מנהל Admin
Posts : 459 Join date : 12/02/2009
 | Subject: א' תצוה תשס''ט Sun Mar 01, 2009 12:58 am | |
| |
|
וואס איז נייעס
Posts : 359 Join date : 14/02/2009
 | Subject: יונגל נישט אויפגעשטאנען פון שלאף Sun Mar 01, 2009 7:24 am | |
| לאנג איילענד-די שבת צופרי האט פאסירט א מורא'דיגע אומגליק ביי א משפחת ר' זלמן וולוביק א שליח חב''ד אין די 5 טאונס ווען זיין זון לוי יצחק 9 יאר אלט האט זיך אראפגעלייגט שלאפן פרייטאג צו נאכטס כדרך כל האדם שבת צופרי האט מען אים פרובירט צו וועקן עס איז נישט געגאנגען, און מען האט נישט געהאט מער ווי צו באשטעטיגען אז ער איז מער נישט בעלמא הדין ר''ל די לוי' וועט פארקומען היינט נאכמיטאג אום 1:30 ביי ביהמ''ד דחסידי חב''ד 770 איסטרען פארקוועי אין קרוינהייטס ויה''ר שלא ישמע עוד ושבר בגבולינו שנשמע ונתבשר בשורות טובות |
|
וואס איז נייעס
Posts : 359 Join date : 14/02/2009
 | Subject: שווערע שניי שטורעם ערווארטעט אין ניו יארק Sun Mar 01, 2009 8:44 am | |
| ניו יארק-וועטער עקספערטן זאגן פאר א שווערע שניי שטורעם אין ניו יארק אויף היינט נאכט צווישן 4 און 7 אינטשעס |
|
וואס איז נייעס
Posts : 359 Join date : 14/02/2009
 | Subject: פלאן צו לייגן טאל בודקעס איבער אלע ברידזשעס און טונעלן Sun Mar 01, 2009 8:55 am | |
| ניו יארק סיטי-גאווערנער דעיוויד פעטרעזאן האט געמאלדן אז עס דארף עפעס געטון ווערן צו לעיזן די דעפיציט פון די עם טי עי אין ליכט פון דעם האט ער פלענער צו לייגן טאלל בודקעס ביי אלע ברידזשעס איבער הארלעם און איסט ריווער ווי מען דארפן צאלן 2 דאללער ווי אויך פלאנט ער צו העכערן די באס און סובוועי רייזעס מיט א דאללער פון 2 דאללער צו 3 |
|
מאיר
Posts : 5 Join date : 22/02/2009
 | Subject: Re: א' תצוה תשס''ט Sun Mar 01, 2009 5:37 pm | |
| - וואס איז נייעס wrote:
- ניו יארק-וועטער עקספערטן זאגן פאר א שווערע שניי שטורעם אין ניו יארק אויף היינט נאכט צווישן 4 און 7 אינטשעס
דער שטורעם וועט זיך אנהייבן היינט נאכט בעיקר פון 9:00 און ווייטער, און וועט אנהאלטן במשך די נאכט ביז מארגן שפעט נאכמיטאג, באגלייט מיט שווערע ווינטן פון 40-30 מייל פער שטונדע, צוגעבענדיג צו די קאלטע טעמפראטורן פון די מיטעלע צוואנציגער מארגן במשך'ן טאג. אין נוי יארק סיטי ווערט ערווארטעט לעת עתה צווישן 8 און 12 אינטשעס שניי, און אביסל ווייניגער און אפסטעיט נוי יארק. דער שטורעם וועלכער קומט ארויף פון די דרום סטעיטס האט שוין איבערגעלאזט שווערע שנייען אין פילע ערטער, און וועט אויך איבערלאזן שווערע שנייען אין וואשינגטאן די סי, פילידעלפיע, נוי דזשערזי, און ארויף ביז באסטאן און מעין. |
|
Sponsored content
 | Subject: Re: א' תצוה תשס''ט  | |
| |
|