אידישע נייעס סטאנציע

דא וועט איר קענען ליינען און שרייבן נייעס
 
HomeHome  RegisterRegister  Log in  
גוטע אייטעמס פאר שפאט ביליג כאפטס אריין

Share | 
 

 ג' תרומה/ל' שבט תשס"ט

View previous topic View next topic Go down 
AuthorMessage
מנהל
Admin


Posts : 459
Join date : 12/02/2009

PostSubject: ג' תרומה/ל' שבט תשס"ט   Mon Feb 23, 2009 11:29 pm

א גוטן טאג. אלע חשובע מעמבערס און ליינערס
Back to top Go down
View user profile http://yiddishnews.forumotions.net
מנהל משנה



Posts : 35
Join date : 21/02/2009

PostSubject: לויית הגאון הרב אברהם כהנמן זצ"ל היינט 11:00 פון ישיבת פונוביז אין בני ברק   Tue Feb 24, 2009 12:00 am

ברוך דיין האמת: אין בני-ברק איז נפטר געווארן נעכטן (מאנטאג) נשיא ישיבת פוניבז', הרב אברהם כהנמן זצ"ל, זייענדיג 97 יאר. אין די לעצטע יארן איז ער געווען קראנק, און אויפגעהערט פון פירן אלץ נשיא הישיבה. די לוי' וועט פארקומען היינט 11:00 פון ישיבת פוניבז'.

הגר"א איז געבוירן ליל הושענא רבא תרע"ב. אלץ יונגע בחור האט ער געלערנט אין במיר, ביי הגרא"י פינקל, און זיינע יונגע יארן איז ער ארויסגעשטאנען מיט זיינע געוואלדיגע כשרונות, און שטארקע התמדה. הגרא"י פינקל האט איהם זייער ליב געהאט, און הגר"א האט זיך אנגעקלעבט אין זיין רבי'ן, און געווארן זיין תלמיד מובהק.

ער איז ארויף קיין ארץ ישראל גלייך נאכן אויסברוך פון די צווייטע וועלט קריג, אין יאר ת"ש, צוזאמן מיט זיין טאטע הגרש"י כהנמן זצ"ל, נאכדעם ווי עס האט געדראעט אויף איהם א סכנה צו ווערן פארכאפט אין מיליטער אין ליטא. ער האט ממשיך געווען זיין לערנען אין ישיבת מיר אין ירושלים אונטער די פירערשאפט פון הגרא"י פינקל.

ווען די פוניבז' ישיבה האט זיך גע'עפענט דורך זיין טאטע, סוף שנת תש"ד, איז ער אריבער קיין בני-ברק צו העלפן זיין טאטע מיט אויפשטעלן די ישיבה.

אין שנת תש"ו, זייענדיג 30 יאר אלט, האט ער חתונה געהט צו הרבנית רבקה שתחי', בת הגר"א קנולר זצ"ל, ראש הקהל אין ברלין. נאכדעם איז ער אריבער קיין אמעריקא, צו העלפן זיין טאטע, דער פוניבוז'ער רב, צו אויפהאלטן די ישיבה אין די שווערע צייטן. כאטש זיין הייליגע ארבעט וואס ער האט געטוהן אין חוץ לארץ צו האלטן די ישיבה, האט ער מקפיד געווען צו קומען קיין ארץ ישראל יעדע פאר חדשים. זייענדיג אין ארץ ישראל פלעגט ער געבן שיעורים אין ישיבה און ירחי כלה

אויך זייענדיג אין חוץ לארץ, פלעגט ער ארומפארן צו צענדליגע מדינות איבער די וועלט, צו מחזק יודישע קהילות. אין אסאך קהילות איבער די וועלט האט מען איהם געהאלט פאר זייער רבי מובהק און זיי פלעגן ווארטן מיט דארשט פאר זיין באזוך יעדע 2 יאר.

אין די לעצטע יארן איז ער קראנק געווארן, און אויפגעהערט צו פירן די נשיאות פון די ישיבה. ער איז אריבער נאכאמען וואוינען קיין ארץ ישראל, לעבנדיג מיט גרויס פשטות און ארעמקייט און נישט נעמנדיג פאר זיך קיין שום כבוד און קרעדיט פאר זיין ארבעט.

פארגאנגענע וואך האט זיך זיין געזונד צושטאנד פארערגערט. זונטאג איז גערופן געווארן אן אמבולנס צו זיין הויז פאר זיין שווערע אטעם און הארץ פראבלעמן. ער איז געפירט געווארן צו מעייני הישועה שפיטאל, ווי ער איז נפטר געווארן מאנטאג נאכט.

ער האט איבערגעלאזט זיין זין, די נשיא הישיבה, הגר"א כהנמן, א איידעם פון ראש הישיבה הגרמ"ש ברמן זצ"ל, און א איידעם, פון די ראשי ישיבת פוניבז', הגר"ש מרקוביץ, א זוהן פון הגר"צ מרקוביץ, חבר מועצת גדולי התורה, רב פון רמת גן, און ראש ישיבת קרלין סטולין - וואס איז חתונה געהאט צו זיין טאכטער ציפורה.

יהא זכרו ברוך
(שי איזנברג - בחדרי חרדים)[left]
Back to top Go down
View user profile
מנהל משנה



Posts : 35
Join date : 21/02/2009

PostSubject: זק"א וואלאנטירן אטאקירט ביים מטפל זיין מיט א טויטן   Tue Feb 24, 2009 12:43 am

זק"א וואלאנטירן וועלכע זענען געריפן געווארן נעכטן (מאנטאג) נאכט צום "שירת ירושלים" זאל אין גבעת שאול נאכדעם וואס אן אראבער וואס ארבעט דארט איז גע'הרג'עט געווארן פון'ם עלעוועיטאר, זענען אטאקירט געווארן דורך די משפחה פון די טויטע. די משפחה האט פארלאנגט פון די זק"א וואלאנטירן זאלן ארבעטן צו ...... מחי' מתים זיין זייער נאנטע. עס האט נישט געהאלפן קיין הסברים פון די וואלאנטירן אז עס איז שוין צו שפעט און ער איז דערדריקט געווארן צום טויט. די זק"א וואלאנטירן האבן געדארפט אנהייבן צו מאכן פאלטשע כלומר'שטע ארבעט אויפן טויטע, ביז די פאליציי איז אנגעקומען און פארשיקט די משפחה.
Back to top Go down
View user profile
Enjoy



Posts : 40
Join date : 18/02/2009

PostSubject: מסיבה לטובת הרה''ג ר' חיים פלאהר שליט''א   Tue Feb 24, 2009 6:58 am

לאנדאן-היינט נאכט קומט פאר א מסיבה לטובת די מוסדות פון ר' חיים פלאהר שליט''א פון מאנסי אין הויז פון ר' אליעזר שלעזינגער אין לאנדאן אויף 82 פעירהאלט ראוד
Back to top Go down
View user profile
Enjoy



Posts : 40
Join date : 18/02/2009

PostSubject: בני כ''ק אדמו''ר מ'וויזניץ מאנסי אנגעקומען קיין ארץ ישראל   Tue Feb 24, 2009 7:20 am

ארץ ישראל- לכבוד די חתונה בבית וויזניץ מאנסי-וויזניץ בני ברק וואס וועט פארקומען אי''ה מארגען אין בני ברק זענען געקומען צו פארן בני כ''ק אדמו''ר מ'וויזניץ מאנסי היינט צופרי זענען זיי אנגעקומען און געדאווענט שחרית אין אתרא קדישא מירון צוזאמען מיט חסידי וויזניץ מאנסי בארצינו הק' יעצט קומט פאר א סעודת ר''ח לכבודם בהשתתפות חשידי וויזניץ מאנסי
Back to top Go down
View user profile
וואס איז נייעס



Posts : 359
Join date : 14/02/2009

PostSubject: ברית אין וויזניץ   Tue Feb 24, 2009 8:57 am

היינט קומט פאר די ברית מילה פון בן הרה''ג ר' אלימלך טירנויער שליט''א חתן הרה''ג ר' יעקב יוסף האגער שליט''א בבית המדרש הגדול וויזניץ מאנסי אום 11:00
Back to top Go down
View user profile
וואס איז נייעס



Posts : 359
Join date : 14/02/2009

PostSubject: זון פון סקווירא רבי אנגעקומען אין א''י   Tue Feb 24, 2009 11:37 am

הרה''ג ר' יצחק טווערסקי בן כ''ק אדמו''ר מ'סקווירא איז היינט צופרי אנגעקומען קיין ארץ ישראל לרגל די חתונה בבית וויזניץ,
Back to top Go down
View user profile
וואס איז נייעס



Posts : 359
Join date : 14/02/2009

PostSubject: שיעור אין הלכות יחוד   Tue Feb 24, 2009 11:39 am

קרית יואל- הרה''ג ר' געציל בערקאוויטש שליט''א דומ''ץ דק''ק ק''י וועט היינט נאכט פארלערנען א שיעור אין הלכות יחוד אין ביהמ''ד הגדול אין קרית יואל,
Back to top Go down
View user profile
וואס איז נייעס



Posts : 359
Join date : 14/02/2009

PostSubject: ר''י עמק התלמוד אנגעקומען קיין ניו יארק   Tue Feb 24, 2009 11:42 am

הרה''ג ר' מאיר הייזלער שליט''א ר''י עמק התלמוד איז היינט אנגעקומען קיין ניו יארק לטובת הישיבה,
Back to top Go down
View user profile
Sponsored content




PostSubject: Re: ג' תרומה/ל' שבט תשס"ט   Today at 9:03 pm

Back to top Go down
 
ג' תרומה/ל' שבט תשס"ט
View previous topic View next topic Back to top 
Page 1 of 1

Permissions in this forum:You cannot reply to topics in this forum
אידישע נייעס סטאנציע :: נייעס :: חרדישע נייעס-
Jump to: