אידישע נייעס סטאנציע

דא וועט איר קענען ליינען און שרייבן נייעס
 
HomeHome  RegisterRegister  Log in  
גוטע אייטעמס פאר שפאט ביליג כאפטס אריין

Share | 
 

 א' תרומה/כ"ח שבט תשס"ט

View previous topic View next topic Go down 
AuthorMessage
מנהל
Admin


Posts : 459
Join date : 12/02/2009

PostSubject: א' תרומה/כ"ח שבט תשס"ט   Sat Feb 21, 2009 8:36 pm

א גוטן טאג. אלע חשובע מעמבערס און ליינערס
Back to top Go down
View user profile http://yiddishnews.forumotions.net
וואס איז נייעס



Posts : 359
Join date : 14/02/2009

PostSubject: א פרוי איבערגעטרעיטן דורך א סיטי באס   Sat Feb 21, 2009 9:31 pm

קווינס-א יונגע פרוי איז די פרייטאג צונאכטס געשטארבן נאכן ווערן איבערגעטרעיטן דורך א סיטי באס אויף מירטל קארנער ווייקאפ סטריט אין קווינס!
Back to top Go down
View user profile
Enjoy



Posts : 40
Join date : 18/02/2009

PostSubject: פייער אין מאנסי   Sat Feb 21, 2009 11:06 pm

מאנסי-א פייער האט די מוצ''ש אויסגעבראכן איו א הויז אויף אדאר קארט אין מאנסי עס איז געברענגט געווארן אונטער קאנטראל דורך די פייער לעשער!
Back to top Go down
View user profile
Enjoy



Posts : 40
Join date : 18/02/2009

PostSubject: גנב געכאפט געווארן אין ב''פ   Sat Feb 21, 2009 11:15 pm

בארא פארק-א גנב איז פרייטאג צונאכטס געכאפט געווארן אין וויזניץ ביהמ''ד אין בארא פארק נאכדעים וואס א פאר וואכן נאכאנאנד האט מען יעדע שבת צופרי געטראפן קעסטלעך אויפגעבראכן האבן א גרופע יונגעלייט זיך צוזאם גענומען די פרייטאג צונאכטס אין ווייבער שול פון ביהמ''ד אויסגעווארט די גנב אום 2:00 האט מען געזעין די גנב אנקומען און מען האט אים אנגעהאלטן ביז די פאליציי האט אים ארעסטירט!
Back to top Go down
View user profile
מנהל משנה



Posts : 35
Join date : 21/02/2009

PostSubject: נייעס פון ישראל   Sat Feb 21, 2009 11:25 pm

*א פאלעסטינער איז דערשטיקט געווארן צום טויט ווען ער האט פראבירט צו אריבערגיין אין איינע פון די טונעלן פון עזה קיין מצרים; נאך אפאר זענען געפירט געווארן אין שפיטאל צוליב א פעלער אין אקסעדז'ין.

*די ארעבישע לעגיאן האט געמאלדן אז זייער'ס א דעלעגאציע איז אויפן וועג קיין עזה צו אויספארשן די טענות אז צה"ל האט פארלעצט די אינטערנאציאנאל מלחמה געזעצן ביי די לעצטע קריג "געגאסענע בליי".

*אמעריקאנער סענאטאר דז'אן קערי נאכן זיך טרעפן מיט סוריא אפיצירן: סוריא איז גרייט צו ארויסהעלפן צו דערגרייכן א פרידן באשלוס צווישן פתח און חמאס.

*א קסאם ראקעטע איז געפאלן מוצאי שבת אין א אפענעם שטח לעבן אשקלון; עס האט ב"ה קיינעם נישט געשאט, און נישט פאראורזאכט קיין שאדן.


Last edited by מנהל משנה on Sun Feb 22, 2009 12:52 am; edited 2 times in total
Back to top Go down
View user profile
מנהל משנה



Posts : 35
Join date : 21/02/2009

PostSubject: שליט פארוואונדעט   Sat Feb 21, 2009 11:41 pm

הויכראנגיקע ווארט-זאגער פון פאפולער-רעזיזטענס-קאמיטע, אבו אביר, האט געזאגט אין אן אינטערוויו מיט די לאנדאנאר אל-חיאת צייטונג אז גלעד שליט איז פארוואונדעט אין די לעצטע מלחמה מיט ישראל. ער האט בשום אופן נישט געוואלט ארויסגעבן מער פרטים. "יעדע ביסל אינפארמאציע אויף די סאלדאט האט א פרייז".


Last edited by מנהל משנה on Sun Feb 22, 2009 12:53 am; edited 1 time in total
Back to top Go down
View user profile
מנהל משנה



Posts : 35
Join date : 21/02/2009

PostSubject: נתניהו וועט זיך טרעפן היינט מיט לבני   Sun Feb 22, 2009 12:34 am

נאכדעם וואס ליכוד פירער ביבי נתניהו האט באקומען די מאנדאט פרייטאג פון פרעזידענט פרס צו אויפשטעלן א ממשלה און זיין פרעמיער, וועט ער זיך היינט טרעפן מיט ציפי לבני, די פירער פון די קדימה פארטיי וועלכע האט באקומען איין מאנדאט מער ווי ליכוד, אבער נישט געקענט צוזאמשטעלן א קאעליציע. כאטש וואס לבני האט דערקלערט אז קדימה וועט זיין אין אפעזיציע, זענען דא סימנים ביי אנדערע קדימה פירער וועלכע ווילען יא אריין אין די קאעליציע אונטער נתניהו.
Back to top Go down
View user profile
Enjoy



Posts : 40
Join date : 18/02/2009

PostSubject: באס עקסידענט   Sun Feb 22, 2009 8:55 am

ארץ ישראל-א עקסידענט האט היינט פאסירט אויף די ירושלים-תל אביב היי וועי מיט א באס 15 מענטשן זענען פארוואונדעט א חלק פון די הייוועי איז יעצט אפגעשפארט!
Back to top Go down
View user profile
מנהל משנה



Posts : 35
Join date : 21/02/2009

PostSubject: לבני: די יעצטיגע צוזאמשטעלונג פון די ממשלה ערמעגליכט אונז נישט צו פירן אונזער וועג   Sun Feb 22, 2009 12:23 pm

די פירער פון די קדימה פארטיי, ציפי לבני, האט זיך אויסגעדריקט אויף איר קומענדיגע זיצינג מיט מיט די פירער פון ליכוד, ביבי נתניהו. אין אירע ווערטער, "די טעג זענען פארהער טעג פאר די קדימה פארטיי, מען קוקט אויף אונז פון אונדרויסן".
לבני האט קלאר געמאכט, אז קדימה וועט נישט אריינגיין אין די ממשלה פאר יעדן פרייז: "אויב מיר וועלן זיך נישט פירן מיט אונזער וועג, און מ'וועט גיין פאר א פשרה און אריין אין די ממשלה, וועט דאס זיין א פארשוועכונג אין די טראסט פון די וויילער. די יעצטיגע צוזאמשטעלונג פון די ממשלה וועט אונז נישט ערמעגליכן צו פירן אונזער וועג".
Back to top Go down
View user profile
יושב ראש



Posts : 12
Join date : 16/02/2009

PostSubject: נתניהו און לבני שטימען אן צו נאך א זיצונג   Sun Feb 22, 2009 6:59 pm

די ערשטע באגעגעניש האט זיך היינט נאכט געשלאסען, און זיי האבן איינגעשטימט זיך נאכאמאל צוטרעפן צו דן זיין צו די ''קדימה'' פארטיי זאל זיך אנשליסען אינעם רעגירונג בראש פון נתניהו.
Back to top Go down
View user profile
יושב ראש



Posts : 12
Join date : 16/02/2009

PostSubject: Re: א' תרומה/כ"ח שבט תשס"ט   Sun Feb 22, 2009 7:29 pm

היינט האט סענעטאר יוסף ליבערמאן זיך געטראפן מיט בנימין נתניהו בשעת א באזוך אין ישראל.
Back to top Go down
View user profile
Sponsored content




PostSubject: Re: א' תרומה/כ"ח שבט תשס"ט   Today at 8:22 pm

Back to top Go down
 
א' תרומה/כ"ח שבט תשס"ט
View previous topic View next topic Back to top 
Page 1 of 1

Permissions in this forum:You cannot reply to topics in this forum
אידישע נייעס סטאנציע :: נייעס :: וועלטליכע נייעס-
Jump to: