אידישע נייעס סטאנציע

דא וועט איר קענען ליינען און שרייבן נייעס
 
HomeHome  RegisterRegister  Log in  
גוטע אייטעמס פאר שפאט ביליג כאפטס אריין

Share | 
 

 א' תרומה/כ"ח שבט תשס"ט

View previous topic View next topic Go down 
AuthorMessage
מנהל
Admin


Posts : 459
Join date : 12/02/2009

PostSubject: א' תרומה/כ"ח שבט תשס"ט   Sat Feb 21, 2009 8:35 pm

א גוטן טאג. אלע חשובע מעמבערס און ליינערס
Back to top Go down
View user profile http://yiddishnews.forumotions.net
וואס איז נייעס



Posts : 359
Join date : 14/02/2009

PostSubject: סקול פארטי   Sat Feb 21, 2009 9:22 pm

היינט קומט פאר די סקול פארטי לטובת די בית חינוך בית טראני ד'סקווירא אין זאל פון וויזניץ מיידל סקול אויף 12 פרענקלין פון 12:00 ביז 5:00 נאכמיטאג!
Back to top Go down
View user profile
וואס איז נייעס



Posts : 359
Join date : 14/02/2009

PostSubject: שמחה בבית סאטמאר   Sat Feb 21, 2009 9:23 pm

הרה''ג ר' יוסף רוקח שליט''א בן הרה''ג ר' יואל רוקח שליט''א וחתן כ''ק אדמו''ר מ'סאטמאר (מהר''א) שליט''א האט געהאט א מיידל!
Back to top Go down
View user profile
וואס איז נייעס



Posts : 359
Join date : 14/02/2009

PostSubject: בר מצוה בבית נדבורנא   Sat Feb 21, 2009 9:24 pm

היינט נאכט קומט פאר די בר מצוה פון בן הרה''ג ר' מאיר שליט''א בן כ''ק אדמור מ'נדבורנא שליט''א חתן ר' וועלוועל טווערסקי זצ''ל אין ביהמ''ד הגדול ד'נדבורנא אין בני ברק!
Back to top Go down
View user profile
מנהל משנה



Posts : 35
Join date : 21/02/2009

PostSubject: אטיאס און ווינער אין סקווירא   Sat Feb 21, 2009 11:56 pm

דעפאטי מעיאר פון ירושלים שלמה אטיאס (ש"ס), און דעפאטי מעיאר פון בית שמש דוד ווינער (אגודת ישראל, שלומי אמונים) זענען געווען די שבת קודש אין שיכון סקווירא. די 2 זענען געלאדענט געווארן דורך הרב שלום בער פישל ני"ו, נאכדעם וואס זיי האבן אסאך געהאלפן די סקווירא קהלה אין ארץ ישראל. שלמה אטיאס האט פאר אפאר וואכן צוריק געזעהן אז די ירושלים עירי' זאל אוועקגעבן פאר מרכז חסידי סקווירא אין ארץ ישראל א דאך פון א דערנעבנדיגן בנין וואס געהערט צו די ערי', אז מען זאל דארט קענען צובויען פאר ת"ת דחסידי סקווירא אין ארץ ישראל.
Back to top Go down
View user profile
מנהל משנה



Posts : 35
Join date : 21/02/2009

PostSubject: גרויסע חתונה בבית וויזניץ   Sun Feb 22, 2009 12:03 am

א גרויסע שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן נעבן די בית החיים אין קרית וויזניץ אין בני ברק, לכבוד די גרויסע חתונה וועלכע וועט פארקומען בעזהשי"ת די מיטוואך נאכט ביי די טאכטער פון הרה"צ ר' ברוך שמשון האגער שליט"א, רב פון וויזניץ-מאנסי אין בני ברק אין א איידעם ביי הרה"צ ר ישראל שליט"א. די חתן איז בן ר' בעריש ארנסטר שליט"א, אן אייניקל פון הרה"צ ר' משה ערנסטער שליט"א.
Back to top Go down
View user profile
מנהל משנה



Posts : 35
Join date : 21/02/2009

PostSubject: שעטנז בדיקות אין בעלז אין ארץ ישראל   Sun Feb 22, 2009 12:05 am

מארגען זינטאג וועט מען בודק זיין טליתים אין ביהמ"ד הגדול דחסידי בעלז פון חשש שעטנז.
Back to top Go down
View user profile
מנהל משנה



Posts : 35
Join date : 21/02/2009

PostSubject: יונגערמאן געראטעוועט אין ביתר דורך א קאר גנב!   Sun Feb 22, 2009 12:19 am

פארג', א זיכערהייט אפיציר אין ביתר עלית, האט נישט געגלייבט וואס ער זעהט: האלב פינף פארטאגס, נאך נאכלויפן פאלעסטינער קאר גנבים, וואס גנב'נען זיך אריין אין שטאט, האט ער געטראפן, אינטען פון די טרעפ ביים אריינגאנג פון א בנין אויף רחוב יחזקאל, א יונגערמאן וואס ליגט אויף די טרעפ אויסגעשטרעקט אינגאנצן.
פארג' האט גלייך גערופן הצלה, וועלכע זענען אנגעקומען ביז א קורצע צייט. זיי האבן געטראפן דעם יונגערמאן באוואוסטלאז, און מיט קעלט ביסן.
איינע פון די הצלה וואלאנטירן האט איבערגעגעבן פאר "בחדרי חרדים": ווען ער ליגט נאך דארט פאר 20 מינוט וואלט ער שוין ליידער נישט געווען בין החיים. ער איז שוין געווען אביסל אין היפותרמיה מיט בלויע פינגערס. אין אזא מצב, אונטער א שטארקע רעגן און שטארקע ווינט, איז נישט קיין ספק אז ער האט באקומען זיין לעבן אלץ מתנה".
ווי הצלה גיבט איבער, "דער יונגערמאן איז אהיימגעקומען פון א שלום זכר, ווי ער האט געטרינקען שארפע געטראנקען, דער יונגערמאן, וואס איז נישט געווען געוואונט צו טרינקען, האט געטרינקען מער ווי נארמאל. אויפן וועג אהיים, איז ער צוזאמגעפאלן און געפאלן אויף די טרעפ. ער איז געלעגן אויף די טרעפ, מיט זיין שטריימל אראפגעפאלן אינמיטן די טרעפ, ווי עס זעהט אויס איז ער צוזאמגעפאלן אין אראפגעפאלן די טרעפ. צוליב די שפעטע שעה, און די שטארקע רעגן איז די יונגערמען געבליבן דארט ליגען א משך פון א פאר שעה אָן איינער זאל איהם דארט באמערקן".
די הצלה וואלאנטירן האבן איהם געגעבן הילף אויפן פלאץ, און אהיימגעפירט צו זיין הויז אין גבעה A.
Back to top Go down
View user profile
מאיר



Posts : 5
Join date : 22/02/2009

PostSubject: מצב ביי כ"ק אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א - רבי נפתלי צבי בן הינדא, שטארק פארערגערט   Sun Feb 22, 2009 10:58 am

השתדלו והרבו תחינה ובקשה! דער ציבור ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין לבריאות השלימות פון כ"ק מרן אדמו"ר מזידיטשוב שליט"א - רבי נפתלי צבי בן הינדא, וועלכע געפינט זיך אין שפיטאל אין גאר א קריטישן מצב ל"ע
השי"ת ירפאהו ויחמלהו בתוך שאר חולי ישראל, אמן
Back to top Go down
View user profile
זיי געזונט



Posts : 49
Join date : 12/02/2009

PostSubject: שמחת בית וויזניץ   Sun Feb 22, 2009 12:14 pm

אין די גרויסע וויזניץ ביהמ"ד אין בני ברק, קומט היינט אום 12:00 נאכמיטאג פאר די ארימע חתונה צו די שמחת החתונה בבית וויזניץ, וועלכע קומט פאר דעם מיטוואך אין בני ברק.
Back to top Go down
View user profile
זיי געזונט



Posts : 49
Join date : 12/02/2009

PostSubject: דינער לטובת סקוורא כולל   Sun Feb 22, 2009 12:23 pm

היינט נאכט קומט פאר די דינער הצלת התורה לטובת די סקוורא כולל וועלכע עס קומט פאר אין ב.פ. אום 6:45 אין עטרת חיה זאל. גאר א רייכע פראגראם איז צוגעגרייט
Back to top Go down
View user profile
זיי געזונט



Posts : 49
Join date : 12/02/2009

PostSubject: יארצייט פון ראחמסטריווקא רבי זצ"ל   Sun Feb 22, 2009 12:24 pm

היינט איז די יארצייט פון הרב הגאון מנחם נחום מראחמסטריווקא זצ"ל. כ"ק אדמורי"ם מראכמסטריווקא וועלן פירן א מסיבת לחיים
Back to top Go down
View user profile
מנהל משנה



Posts : 35
Join date : 21/02/2009

PostSubject: דאך אין מיר ישיבה איינגעפאלן   Sun Feb 22, 2009 12:27 pm

די דאך פון די מירער ישיבה אין איינע פון די זייטיגע בתי מדרשים איז איינגעפאלן. ב"ה קיינער איז נישט געשעדיגט געווארן (בחדרי חרדים)
Back to top Go down
View user profile
זיי געזונט



Posts : 49
Join date : 12/02/2009

PostSubject: יארצייט פונעם קדושת יום טוב   Sun Feb 22, 2009 12:31 pm

היינט נאכט קומט פאר א סעודת הילולא אונאיינעם מיט א סיום משניות צום יארצייט פונעם קדושת יום טוב אום 9:00 אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף ראדני סטריט בהשתתפות כ"ק אדמו"ר (מהרז"ל)מסאטמאר שליט"א
Back to top Go down
View user profile
מנהל
Admin


Posts : 459
Join date : 12/02/2009

PostSubject: יארצייט פון זעהוויל רבי   Sun Feb 22, 2009 3:03 pm

יוניאן סיטי- היינט וועט כ''ק אדמו''ר מ'זעווהיל שליט''א פראווען די יארצייט סעודה לכבוד די יארצייט פון זיין טאטע ר' מרדכי זעווהילער זצ''ל בבית מדרשו אין יוניאן סיטי אום 5:45 נאכמיטאג!
Back to top Go down
View user profile http://yiddishnews.forumotions.net
וואס איז נייעס



Posts : 359
Join date : 14/02/2009

PostSubject: מסיבת ונהפוך הוא   Sun Feb 22, 2009 3:06 pm

וומ''ס-היינט נאכט קומט פאר א טיי אווענט לטובת א צובראכענע משפחה אין הויז פון ר' יוסף דאפעלט ני''ו אויף 23 העיווארד סטריט אין ווילאמסבורג, עס וועט זיין צו קאסטן פון אלע מיני קדם וויינען פאר אומזיסט לכבוד די יו''ט פורים הבעל''ט!
Back to top Go down
View user profile
וואס איז נייעס



Posts : 359
Join date : 14/02/2009

PostSubject: מסיבה לטובת כולל בית אברהם ד'ספינקא   Sun Feb 22, 2009 3:10 pm

וומ''ס- היינט נאכט קומט פאר א מסיבה לטובת די כולל בית אברהם ד'ספינקא אין ווילאמסבורג אין הויז פון ר' נחמן שלמה שטיינמעץ ני''ו אויף 266 קיעפ סטריט אין ווילאמסבורג!
Back to top Go down
View user profile
וואס איז נייעס



Posts : 359
Join date : 14/02/2009

PostSubject: דינער מוסדות צעהלים   Sun Feb 22, 2009 3:12 pm

וומ''ס-היינט נאכט קומט פאר די דינער פאר צעהלימע מוסדות אין וומ''ס בהשתתפות כ''ק אדמו''ר מ'צעהלים שליט''א אין זאל פון קאנטינענטאל אין וומ''ס!
Back to top Go down
View user profile
היימישע ריפארטער



Posts : 32
Join date : 16/02/2009

PostSubject: נייעס אין קורצען   Sun Feb 22, 2009 3:17 pm

כ''ק אדמור מ'זעוויל שליט''א וועט פראווען א יארצייט סעודה פון אביו כ''ק אדמור ר' מרדכי מ'זעוויל זצ"ל בביהמ"ד אין יוניאן סיטי נוי זדשערזי 5:45.

פרייטאג איז געשלאסן געווארן די שידוך החתן בן הרב אברהם יעקב שפירא בן כ"ק אדמו"ר מ'בלאזשוב שליט"א מיט הכלה בת הרב בעריש רובין שליט"א מנהל כולל חבת ירושלים.

היינט נאכט קומט פאר א סעודת הילולא פונעם קדושת יום טוב אינאיינעם מיט די דינר לטובת כולל עצי חיים בני ברק אום 9:00 אין ביהמ"ד הגדול דסאטמאר אויף הופער סטריט בהשתתפות כ"ק אדמו"ר (מהר"א) מסאטמאר שליט"א.

דינער לטובת ישיבה ומתיבתא ערוגת הבשם ד'צעהלים אין די קאנטינענטאל זאל אין וויליאמסבורג.
Back to top Go down
View user profile
Enjoy



Posts : 40
Join date : 18/02/2009

PostSubject: כ''ק אדמו''ר מ'דושינסקי שליט''א קומט היינט אן קיין ניו יארק   Sun Feb 22, 2009 4:26 pm

הרה''ג ר' יוסף צבי דושינסקי כ''ק אדמו''ר מ'דושינסקי שליט''א קומט היינט אן קיין פלעטבוש ווי ער וועט וויילן די קומענדיגע 2 וואכן אי''ה!
Back to top Go down
View user profile
Enjoy



Posts : 40
Join date : 18/02/2009

PostSubject: דרשת הרה''ג ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט''א   Sun Feb 22, 2009 4:39 pm

ירושלים- יעצט ביינאכט קומט פאר א דרשת חיזוק אין ירושלים אין קאמעניץ ישיבה דורך הרה''ג ר' צבי מאיר זילבערבערג שליט''א
Back to top Go down
View user profile
Enjoy



Posts : 40
Join date : 18/02/2009

PostSubject: דרשה אין גיבערס   Sun Feb 22, 2009 5:01 pm

קיימישע לעיק- הרה''ג ר' אליעזר דוד פריעדמאן שליט''א אב''ד בעלז לאנדאן וועט זאגן היינט א דרשה איו וויזניץ ישיבה אין גיבערטס קיימישע לעיק!
Back to top Go down
View user profile
Sponsored content




PostSubject: Re: א' תרומה/כ"ח שבט תשס"ט   Today at 9:04 pm

Back to top Go down
 
א' תרומה/כ"ח שבט תשס"ט
View previous topic View next topic Back to top 
Page 1 of 1

Permissions in this forum:You cannot reply to topics in this forum
אידישע נייעס סטאנציע :: נייעס :: חרדישע נייעס-
Jump to: