| עש''ק כי תשא י''ז אדר תשס''ט | |
|
Author | Message |
---|
מנהל Admin
Posts : 459 Join date : 12/02/2009
 | Subject: עש''ק כי תשא י''ז אדר תשס''ט Thu Mar 12, 2009 8:25 pm | |
| |
|
 | |
נונ-סטופ
Posts : 44 Join date : 09/03/2009
 | Subject: זעכצען פעלן אין א העליקאפטער קראך Thu Mar 12, 2009 8:37 pm | |
| קאנאדא - 16 מענטשען פעלען נאכדעם וואס א העליקאפטער מיט 18 מיטפארער האט אריינגעקראכט אינעם ים אטלאנטיק, א זיכעריי גייט אן אין די געגענט זיכענדיג די העליקאפטער אין 16 מענטשען וואס פעלען, איין איבערלעבער אין איין טויטן קערפער זענען דערווייל געפינען געווארן דורך די רעטונגס לייט, א זיכעריי גייט נאך אן מיט העליקאפטער אין שיפן |
|
 | |
זיי געזונט
Posts : 49 Join date : 12/02/2009
 | Subject: איידיע פון 2 עשירים Fri Mar 13, 2009 11:20 am | |
| די ניו יארק דעלי ניוז האט באריכטעט אז פורים אום זעקסע אויף דערנאכט זענען צוויי חסידישע אידן אריין אין די פאלקס קיך משביע און בארא פארק און געגעבן פאר יעדעם וואס האט דארט געגעסן א גלאטן הונדערטער |
|
 | |
זיי געזונט
Posts : 49 Join date : 12/02/2009
 | Subject: ניו יארק סיטי מעיאר מייקל בלומבערג געווען אין בארא פארק Fri Mar 13, 2009 11:30 am | |
| בארא פארק - נעכטן נאכט איז די ניו יארק סיטי מעיאר מייקל בלומבערג געווען אין בארא פארק צו מנחם אבל זיין די קאנסילמאן ר' שמחה פעלדער וואס זיצט שבעה נאך זיין פאטער ר' צבי מרדכי פעלדער ז''ל אויף 4901 18טע עוועניא אין בארא פארק, המקום ינחם אותם בתוך שאר אבילי ציון וירושלים |
|
 | |
זיי געזונט
Posts : 49 Join date : 12/02/2009
 | Subject: גנב זיך געבראכן אין א סטאר אין קרוינהייטס Fri Mar 13, 2009 11:33 am | |
| קרוינהייטס - די נאכט האט א גנב זיך איינגעבראכן אין א קליידער סטאר אויף קינגסטאן עוועניא אין קרוינהייטס פון ווי ער האט ג'גנב'ט טייערע קליידער, שומרים האבן שפעטער געכאפט דעם גנב זיך ארומשלעפן מיט די קליידער זיי האבן אים אפגעהאלטן ביז די פאליציי איז אנגעקומען און מען האט אים ארעסטירט |
|
 | |
וואס איז נייעס
Posts : 359 Join date : 14/02/2009
 | Subject: מעלדונג פון ניו יארק סיטי פאליציי דעפארטמענט איבער די בעפארשטייענדע קידוש החמה Fri Mar 13, 2009 1:17 pm | |
| ניו יארק סיטי - די פאליציי דעפארטמענט פון ניו יארק סיטי אפעלירט צו אלע קהלות און רבישע הויפן וואס ווילן מאכן גרעסערע קידוש החמה פארזאמלונגען די קומענדיגע ערב פסח צופרי און ווילן אפשפארן גאסן זאלן ווי פריער אריינגעבן די פערמיט פארלאנג כדי צו האבן גענוג צייט אויסצושטעלן די גאסן עס זאל די ווייניגסטע שטערן פארן טרעפיק |
|
 | |
וואס איז נייעס
Posts : 359 Join date : 14/02/2009
 | Subject: פראבלעמען אין הויכקייט מעסטער ברענגט צום ערעפלאן קראך Fri Mar 13, 2009 1:25 pm | |
| אמסטארדאם - ווי שוין באריכטעט דא האט 2 וואכן צוריק געקראכט א טערקישע פליגער וואס האט אומגעברענגט 9 מענטשן, די וואך האבן פארשער ערקלערט אז אורזאך צו דעם אינצידענט איז, ווייל די זייגער מעסטער וואס ווייזט ווי הויך די פליגער איז אין די לופטן, האט געוויזן א קלענערע נומער פון וויפיל עס איז באמת געווען, וואס דאס האט געמאכט אז די פילאט זאל פירן די פליגער אויף א קלענערן ספיד, וואס דורך דעם האט די פליגער נישט געהאט גענוג קראפט צו זיך האלטן אין די לופטן און עס האט געקראכט |
|
 | |
נונ-סטופ
Posts : 44 Join date : 09/03/2009
 | Subject: העליקאפטער זיכעריי וועט קומען צו אן ענדע Fri Mar 13, 2009 4:06 pm | |
| די קאנאדישע הילפ'ס אגענטור וואס זיכט פאר קערפער אין די איבערבלייבעניש פון א העליקאפטער וואס האט אריינגעקראכט אין ים דאנערשטאג, האט געמאלדן אז די זיכעריי אקציע וועט קומען צו אן ענדע פרייטאג 7:30 אויפדערנאכט, לייגענדיג די צאל ביי 17 טויטע אין איין מיטפארער געראטעוועט פון דעם העליקאפטער קראך, די העליקאפטער האט געפיהרט אויל ארבייטער צו אויל פלאטפארמעס אין די געגענט |
|
 | |
Sponsored content
 | Subject: Re: עש''ק כי תשא י''ז אדר תשס''ט  | |
| |
|
 | |
| עש''ק כי תשא י''ז אדר תשס''ט | |
|